ברוך און בערל

ווער זענען די שומרונים? פארוואס שטייט די מזוזה שיף? וואס איז געווען דער "ועד ארבע ארצות "? ווען האט מען געמאכט די הגדה של פסח? בערל האט אסאך צו פרעגן, און ברוך האט נאכמער צו ענטפערן! ווען די צוויי ברידער זענען זיך אראפ צו א שמועס, וויל יעדער צווייגן אן אויער, די געשפרעכן גייען מענין לענין, דעקנדיג אלע געביטן פון תורה ומסורה - קיום המצוות, היסטאריע, גדולי ישראל, ימים טובים, ספרים הקדושים, זמירות, און פיל אנדערע אינטערעסאנטע און וויכטיגע טעמעס . די ברידערליכע שמועסן , וואס האבן במשך פופצן יאר געהאלטן געשפאנט און אינפארמירט די יונגע און ערוואקסענע ליינער פון "מעלות", זענען אצינד צונויפגעקליבן אין דעם ערשטן אינהאלטסרייכן באנד, דאס בוך איז ערגענצט מיט היסטארישע בילדער און א נייע אפטיילונג , "ברוך באמערקט" - מערקווירדיגע פאקטן אויף יעדן נושא .

44.0 

המלאי אזל

מק"ט: 9101058 קטגוריות: , ,