די חסידישע היסטאריע (סט ב' כרכים)

עס זענען פארהאן פיל ספרים וואס רעדן פון די היסטאריע פון חסידות ארויסגעגעבן דורך גאר גרויסע בקיאים אין די ענינים, און מיר קענען זיך מיט רוב פון זיי בכלל נישט פארמעסטן דערפאר שטעלט זיך די קשיא 'וואס זענט איר דא געקומען מחדש זיין'. פארהאן אבער דערויף עטליכע גאר פשוטע תשובות.

1 לויט וויפל מיר ווייסן איז נאכנישט דא קיין איין ספר אויף אידיש 'מאמע לשון'

2 גאר א גרויס טייל פון די פריערדיגע (און אויך היינטיגע) שרייבער זענען פון די אלע סארטן אויפגעקלערטע – אוועקגעפאלענע פארטייען פון כלל ישראל.

3 על פי רוב זענען די ספרים פול מיט אייגענע השערות און ביאורים אן קיין ריכטיגע קראנטהייט.

און אט די אלע זאכן האבן מיר געקומען פאררעכטן:

די דאזיגע סט פון 'חסידישע היסטאריע' בריינגט צום ערשטן מאל (!) אויף א פליסיגן און געשמאקן מאמע לשון די היסטוריה מיט א שטארקן געוויכט אויף די אלע מקורות צו מאכן זיכער אז עס קומט בלויז פון ערליכע מקורות, וועלכע איז שטרענג צענזורירט געווארן דורך עלטערע חסידים און תלמידי חכמים.

ונהר יוצא מעדן להשקות את הגן...

130.0 

המלאי אזל

מק"ט: 9101994 קטגוריות: ,